דער וויכטיקער אָנזאָג ווען עפּעס ערנסט איז געשען

VMA och SE-Alert - jiddish

דער וויכטיקער אָנזאָג צום עולם (Viktigt meddelande till allmänheten, VMA) איז דאָ כּדי צו גיך מאַכן מענטשן אויפֿמערקזאַם אויף אַן ערנסטע געשעעניש. VMA באַשטייט פֿון עטלעכע מינים אופֿנים אויף וועלכע צו מעלדן אַ וואָרענונג, איין פֿון זיי איז דער וואָרענונג־אָנזאָג "SE-Alert" וואָס קומט גלײַך צו דער צעלקע.

מע ניצט דעם וויכטיקן אָנזאָג צום עולם, VMA, כּדי צו וואָרענען מענטשן וועגן ערנסטע אומגליקן, קריזיסן, מלחמה־ריזיקעס און מלחמות.
עס זענען דאָ צוויי פֿאַרשיידענע וואָרענונגען:

  • די דרויסנדיקע וואָרענונג, וואָס מע רופֿט איר ״Hesa Fredrik״.
  • אָנזאָגן דורך ראָדיאָ, טעלעוויזיע, טעקסטלעך, אינטערנעץ און אַפּליקאַציעס.
  • אָנזאָגן גלײַך צו דער צעלקע דורך SE-Alert.

אַלע מאָל ווען מע שיקט אויס אַ VMA זאָלט איר אים תּוך־כּדי־דיבור לייענען און פֿאָלגן די אינסטרוקציעס. סע קען זיך האַנדלען וועגן דעם בלײַבן אינעווייניק אין שטוב, דעם אויסמײַדן אַן אָרט און וווּ צו קריגן ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע. מע קען זען אַ VMA אין גאַנג אויף Krisinformation.se  ווי אַ רויטע פֿאָנע אויפֿן שפּיץ וועבזײַטל. טאָמער ס׳איז ניט דאָ קיין פֿאָנע, איז עס ניט דאָ קיין VMA אין גאַנג.

ווײַטערדיקע אונפֿאָרמאַציע וועגן VMA אויף שוועדיש

SE-Alert – אַ וויכטיקער אָנזאָג גלײַך אין דער צעלקע

SE-Alert איז אַן אופֿן אויף וואָס אַרויסצושיקן VMA גלײַך אין דער צעלקע. די וואָס האָבן אַ קלוגצעלקע קענען קריגן דעם וואָרענונג־אַלאַרעם וואָס באַשטייט פֿון אַן אָנזאָג, אַ הויכן סיגנאַל און וויבראַציעס. מע קריגט עס אויך ווען די צעלקע איז אײַנגעשטעלט אין שטילער לאַגע. מע דאַרף ניט קיין אַפּליקאַציע אָדער זיך רעגיסטרירן כּדי צו קריגן דעם אָנזאָג.
וואָס מע דאַרף איז:

  • אַ דערהײַנטיקטע קלוגצעלקע
  • אַן אינטערנעץ־פֿאַרבינדונג
  • צו זײַן אינעם געטראָפֿענעם שטח.

פֿראַגעס און ענטפֿערס וועגן SE-Alert

  • וואָס שפּראַך איז די אינפֿאָרמאַציע אין SE-Alert?

    ווען מע לאַנצירט SE-Alert זומערצײַט 2026, וועט דער אָנזאָג זײַן אויף שוועדיש. שפּעטער אין 2026 וועט צעלקעס אײַנגעשטעלט אויף אַן אַנדערער שפּראַך קריגן דעם אָנזאָג אויף ענגליש.

  • ווי אַרבעט עס?
    • די פֿײַער־בריגאַדע, די פּאָליציי אָדער אַן אַנדערע מלוכישע אינסטאַנץ, ווי למשל די טראַפֿיק־אַדמיניסטראַציע (Trafikverket) באַגערט אַ VMA דורכן קאָנטאַקטירן דעם נויט־צענטראַל (SOS-Alarm). מע פֿאָרמולירט דעם אָנזאָג צוזאַמען מיטן שוועדישן ראַדיאָ (Sveriges Radio) און דערנאָך שיקט מען אים אויס.
    • טאָמער קלײַבט מען אויס SE-Alert ווי זײַן קאַנאַל פֿאַרן אָנזאָג, וועט די קלוגצעלקע אָדער קלוגזייגער פֿילן ווען מע געפֿינט זיך אינעם געטראָפֿענעם שטח.
    • די צעלקע מאַכט אַ הויכע וואָרענונג־אַלאַרמע אין 10 סעקונדעס, זי וויברירט און מע קריגט אַ טעקסטל מיט אינפֿאָרמאַציע וועגן וואָס איז געשען און וואָס מע זאָל איצט טאָן. פֿאָלגט די אינסטרוקציעס.
  • ווען שיקט מען אויס אַ VMA?

    מע ניצט דעם וויכטיקן אָנזאָג צום עולם, VMA, ווען עפּעס ערנסט איז געשען וואָס שטעלט לעבן, געזונט, אייגנטום אָדער די נאַטור־סבֿיבֿה אין אַ דירעקטער סכּנה.
    למשל אין פֿאַל פֿון:

    • אומגליקן און ערנסטע געשעענישן, ווי למשל אַ גאַז־אַרויסלאָז אָדער אַ פֿײַער מיט סמיקן רויך
    • שווערע שטערונגען אין וויכטיקע געזעלשאַפֿטלעכע פֿונקציעס, ווי למשל אַן אַרויסלאָז פֿון ראַדיאָאַקטיוון שטויב אָדער ווען ס׳איז שווער צו גרייכן דעם נויט־נומער 112
    • קריזיס־אָנפֿירונג איידער און אין משך פֿון אויסערגעוויינטלעכע געשעענישן, ווי למשל אַ צעשעדיקטע דאַמבע אָדער אַ סאַבאָטאַזש קעגן דעם טרינקוואַסער־פֿאַרזאָרגונג.
  • צי קענען יוגנט און קינדער ניצן SE-Alert?

    יאָ, אַלע צעלקעס אינעם געטראָפֿענעם שטח קריגן SE-Alert אין זייערע צעלקעס. רעדט גערן מיט אײַערע קינדער וועגן וואָס איז אַ VMA, ווי עס קלינגט, זעט אויס און וואָס מע זאָל טאָן. די וויכטיקסטע זאַך איז צו בלײַבן רויִק, לייענען דעם אָנזאָג און פֿאָלגן די אינסטרוקציעס.

  • וואָס קען מען טאָן אויב מע האָט ניט קיין קלוגצעלקע?

    SE-Alert איז אַ דערגאַנצונג צו די אופֿנים אויף וועלכע מע שיקט אויס אַ VMA, עס טוישט ניט איבער די אַנדערע קאַנאַלן. מע קען ווײַטער קריגן דעם VMA אויף די געוויינטלעכע אופֿנים – ווי למשל דורך ראַדיאָ, טעלעוויזיע, אַפּליקאַציעס און אַנדערע קאַנאַלן.

  • צי אַרבעט עס אויף אַלע צעלקעס?

    כּדי צו קריגן VMA דורך SE-Alert מוז מען:

    • האָבן אַן אויסשטימלעכע קלוגצעלקע, דערהײַנטיקט מיטן לעצטן ווייכוואַרג
    • זײַן פֿאַרבינדן צו דער אינטערנעץ
    • זײַן אינעם שטח וואָס איז אײַנגעשלאָסן פֿונעם VMA.

    די פֿאָלגנדיקע צעלקעס זענען אויסשטימלעך:

    • אײַ־פֿאָן פֿון עפּל ווערסיע 11 אָדער שפּעטער
    • אַנדרויד־צעלקעס פֿון גוגל ווערסיע 12 אָדער שפּעטער. אויך אַנדרויד גאָ, ווערסיע 13 אָדער שפּעטער.
  • צי ווילט איר העלפֿן אַנדערע מענטשן מיטן פֿאַרשטיין SE-Alert?

    טאָמער מיינט איר אַז ס׳איז עמעצן נאָענט צו אײַך, וואָס האָט יאָ אַ קלוגצעלקע אָדער אַ קלוגזייגער, שווער צו פֿאַרשטיין די אינפֿאָרמאַציע אָדער האַלט אַז די וואָרענונג־אַלאַרעם איז נײַ און שרעקלעך – רעדט מיט אים אָדער איר. מע קען ניצן אונדזער אינפֿאָרמאַציע־בלעטל וואָס דערקלערט אויף אַ גרינגען אופֿן וואָס איז SE-Alert און ווי אַ צעלקע וועט רעאַגירן.